2 זאל יעדער איינער פון אונדז זוכן צו געפעלן זיין חבר צום גוטן, צו דערבויאונג.
לאמיר זשע זיך נאכיאגן נאך די זאכן פון שלום און נאך די זאכן, דורך וועלכע מיר וועלן דערבויען איינער דעם אנדערן.
אלץ איז מותר (ציטירן ניטציטירן); נישט אלץ אבער טויג. אלץ איז מותר (ציטירן ניטציטירן); נישט אלץ אבער בויט אויף.
זאל קיינער נישט זוכן דאס זייניקע, נאר יענעמס (טובה).
אזוי ווי אויך איך (באמי זיך) צו געפעלן אלעמען אין אלעם, נישט זוכנדיק מיין אייגענעם נוצן, נאר דעם (נוצן) פון א סך (אנדערע), כדי זיי זאלן געראטעוועט ווערן.
פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז.
וואס זשע איז עס, ברידער? ווען איר פארזאמלט אייך, האט יעדער איינער א מזמור, א לערנונג, אן אנטפלעקונג, א לשון, א פארטייטשונג; זאל אלץ געטאן ווערן צו דערבויאונג.
דער אבער, וועלכער זאגט נבואות, רעדט צו מענטשן צו דערבויאונג, און מוסר, און טרייסט.
שוין לאנג האלט איר זיך ביי דער מיינונג, אז מיר פארטיידיקן זיך פאר אייך. פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח. אלץ אבער, געליבטע מיינע, איז פאר אייער אויפבויאונג.
ווארום מיר פרייען זיך, ווען מיר זענען שוואך און איר זענט שטארק; דאס דאזיקע ווינטשן מיר אויך, איר זאלט ווערן שלמותדיק.
צו דער פארפאלקאמונג פון די הייליקע פאר דעם טאן פון דער עבודה, צום אויפבויען פון דעם משיחס גוף,
זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס.