5 איינער מאכט א חילוק צווישן איין טאג און אן אנדערן, און אן אנדערער האלט אלע טעג פאר גלייך; זאל יעדער זיין גאנץ זיכער ביי זיך אין דער מחשבה.
ווייל א סך האבן אונטערגענומען צוזאמענצושטעלן א געשיכטע פון די פאקטן, וואס זענען פארגעקומען צווישן אונדז,
איך ווייס, און בין בטוח אינם האר יהושע/ישוע, אז וועזנטלעך איז קיין זאך נישט טמא; אחוץ פאר אים, וואס באטראכט עפעס ווי טמא, פאר אים איז עס טמא.
דער אבער, וואס איז מסופק, ווען ער עסט, איז פארמשפט ווייל ער טוט עס נישט פון אמונה; און אלץ, וואס איז נישט פון אמונה איז א חטא.
און זייענדיק פולשטענדיק איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד צו טאן וואס ער האט צוגעזאגט.
און דורך דיין דערקענטעניש ווערט דער שוואכער פארלוירן, דער ברודער, פאר וועמען דער משיח איז געשטארבן.
די (דאזיקע) דערקענטעניש איז אבער נישט אין אלעמען; נאר אייניקע, אין דער געוואוינהייט ביז איצט צום אפג‑ט, עסן עס ווי א קרבן צו אפג-טער; און ווייל זייער געוויסן איז שוואך, ווערט עס באפלעקט.