Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 14:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 14:4
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעריבער אויב ה׳ האט זיי געגעבן די זעלביקע מתנה, ווי אויך צו אונדז, די מאמינים אין דעם האר יהושע/ישוע המשיח, ווער בין איך, וואס זאל קענען פארווערן ה׳?


און יענע, אויב זיי וועלן נישט בלייבן אינם אומגלויבן, וועלן אויך צוגעזעצט ווערן; ווארום ה׳ קען זיי ווידער צוזעצן.


דער, וואס עסט, זאל נישט מבזה זיין דעם, וואס עסט נישט; און דער, וואס עסט נישט, זאל נישט משפטן דעם, וואס עסט יא; ווארום ה׳ האט אים מקבל געווען.


צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן,


אבער, מענטש, ווער ביסטו, וואס האסט א טענה קעגן ה׳? וועט דען א געמאכטע זאך זאגן צו דעם בעל מלאכה: פארוואס האסטו מיך אזוי געמאכט? (ישעיהו מה, ט.)


פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי זיך משתדל צו זיין פאר זיי.


וואס איר ווערט אפגעהיטן אין ה׳ס מאכט דורך דעם בטחון צו א ישועה גרייט אנטפלעקט צו ווערן אין דער צייט פון קץ.


און צו אים, וועלכער איז מעכטיק אייך אפצוהיטן פון שטרויכלען, און אייך פארצושטעלן פאר זיין כבוד אָן א מום מיט פרייד,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ