20 צעשטערט נישט ה׳ס זאך צוליב א מאכל. אלץ איז טהור; נאר עס איז שלעכט פאר דעם מענטשן, וואס ווען ער עסט עס, ווערט ער א מיכשול (פאר אן אנדערן).
נישט דאס, וואס גייט אריין אין מויל, מאכט דעם מענטשן טמא; נאר דאס, וואס קומט ארויס פון מויל, דאס דאזיקע מאכט טמא דעם מענטשן.
ווער אבער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינס פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן אין מיר, איז בעסער פאר אים וואלט עס געווען, אז א גרויסער מילשטיין וואלט אנגעהאנגען געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט דערטרונקען געווארן אין דער טיפעניש פון ים.
און ווידער איז א קול געקומען צו אים צום צווייטן מאל: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, דאס זאלסטו נישט (רופן) טמא.
איינער גלויבט, אז ער מעג אלץ עסן, דער שוואכער אבער עסט בלויז גרינווארג.
עס איז גוט נישט צו עסן קיין פלייש, און נישט צו טרינקען קיין וויין, און נישט צו טאן דאס, דורך וועלכן דיין ברודער שטרויכלט.
ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.
זייענדיק בטוח אין דער דאזיקער זאך, אז ער (ה׳), וואס האט אנגעהויבן א גוטע ארבעט אין אייך, וועט זי פארפאלקאמענען ביז צום טאג פונם משיח יהושע/ישוע;
פאר די ריינע (מענטשן) איז אלץ טהור; פאר די אבער, וועלכע זענען טמא און אומגלויביק איז קיין זאך נישט טהור; נאר זייער פארשטאנד און געוויסן איז טמא.