14 נאר טוט אָן דעם האר יהושע/ישוע המשיח, און זעט, אז אייער זארגן פאר קערפער זאל נישט דערפירן צום באפרידיקן די תאוות.
ווארום איר אלע, וועלכע זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח, האבן זיך אנגעטאן משיחן.
די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.
און זאלט זיך אנקליידן דעם נייעם מענטשן, וואס איז באשאפן געווארן לויט (דעם דמות) אלקים אין צדקות און קדושה פונם אמת.
אזעלכעס האט נאר דעם שיין פון חכמה אין א דינען פון דעם ווילן און אין א שיפלות און אין א פייניקן דאס לייב, עס האט אבער נישט קיין ווערט קעגן דער באפרידיקונג פון דעם פלייש.
געליבטע, איך בעט אייך ווי גרים און תושבים, האלט זיך צוריק פון די פליישלעכע תאוות, וועלכע האלטן מלחמה קעגן דער נשמה;