Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 12:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 12:1
49 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

צוליב וועלכן איך זאג דיר, אירע זינד, די פילע, זענען איר פארגעבן געווארן; ווייל זי האט א סך ליב געהאט; וועמען אבער ווייניק ווערט פארגעבן, דער ליבט ווייניק.


און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.


צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.


איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און דורך דער ליבע פונם גייסט, אז איר זאלט מיטקעמפן מיט מיר אין אייערע תפילות פאר מיר צו ה׳,


אדער ביסטו מבזה די עשירות פון זיין גוטסקייט, געדולד און צוריקגעהאלטנקייט, נישט וויסנדיק, אז די גוטסקייט פון ה׳ זאל דיך פירן צום תשובה טאן?


אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳.


צי ווייסט איר דען נישט, אז וועמען איר גיט זיך איבער ווי קנעכט צו געהארכן, זענט איר קנעכט (פון דעם), וועמען איר געהארכט: אדער פון זינד צום טויט, אדער פון געהארכזאמקייט צו צדקות?


איך רעד מענטשלעך צוליב דער שוואכקייט פון אייער פלייש; ווארום ווי איר האט איבערגעגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו טומאה און הפקר ביז הפקר, אזוי אויך איצט זאלט איר איבערגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו צדקות ביז קדושה.


און כדי באקאנט צו מאכן די עשירות פון זיין כבוד אויף די געפעסן פון בארעמהארציקייט, וועלכע ער האט פארויס צוגעגרייט צו כבוד,


איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקת; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה.


און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:


דערפאר, האבנדיק אָט די דאזיקע עבודה, אזויווי מיר האבן מקבל געווען רחמים, פאלן מיר נישט אראפ פארצווייפלט;


דערפאר פאלן מיר נישט אראפ ביי זיך; נאר אויב אפילו אונדזער אויסערלעכער מענטש ווערט פארדארבן, ווערט אבער אונדזער אינערלעכער מענטש באנייט פון טאג צו טאג.


מיר זענען דעריבער שלום אמבאסאדארן פאר דעם משיח, ווי ה׳ וואלט דורך אונדז מזהיר געווען; מיר בעטן אין משיחס נאמען, זייט זיך שלום מאכן מיט ה׳ (ישעיהו נג, ה.)!


און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט!


דעריבער בעט איך אייך, איך, דער געפאנגענער אינם האר, אז איר זאלט לעבן ווי עס שטייט אָן דעם רוף, מיט וועלכן איר זענט גערופן געווארן,


און פרובירט אויס וואס עס איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר (ג‑ט);


לויט מיין ערנסטער דערווארטונג און בטחון, אז איך וועל אין גארנישט פארשעמט ווערן, נאר אין יעדער מוטיקייט, ווי אלעמאל, אזוי אויך איצט, וועט משיח פארהערלעכט ווערן אין מיין לייב, סאי דורכן לעבן און סאי דורכן טויט.


נאר אויב איך זאל אפילו אויסגעגאסן ווערן אויף דעם קרבן און עבודה פון אייער אמונה, פריי איך מיך, און פריי מיך מיט אייך אלע צוזאמען;


איצט האב איך פון אלעם און (אפילו נאך) א שפע; איך בין אנגעפילט, האבנדיק באקומען פון עפאפראדיטוסן דאס, וואס איר האט געשיקט, א געשמאקן ריח, א קרבן, וואס איז אנגענעם און וואוילגעפעלן צו ה׳.


און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן.


ווארום איר טוט עס אויך צו אלע ברידער אין גאנץ מאצעדאניען. נאר מיר בעטן אייך, אז איר זאלט נאך פיל מער טאן,


מיר בעטן אייך אבער, ברידער, אז איר זאלט קענען די, וועלכע באמיען זיך צווישן אייך, און זענען די וואס זענען איבער אייך אינם האר און רעדן צו אייך דברי מוסר,


דאס דאזיקע איז גוט און אנגענומען פאר ה׳ אונדזער גואל,


אויב אבער א געוויסע אלמנה האט קינדער אדער אייניקלעך, זאלן זיי קודם כל לערנען צו זיין ג‑טספארכטיק אין זייער אייגן הויז און אפצוצאלן גוטס צו די עלטערן; ווארום דאס דאזיקע איז אנגענומען פאר ה׳.


איך בעט דיך פאר מיין זון, וועלכן איך האב געבוירן אין מיינע קייטן, פאר אנעסימוסן,


(דאך) צוליב דער ליבע, וועל איך ליבער בעטן, אזעלכער בין איך, פוילוס דער זקן, און איצט אויך א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע;


און איך בעט אייך, ברידער, אז איר זאלט אננעמען דאס ווארט פון שטראף רייד, ווארום איך האב געשריבן צו אייך א קורצן בריוו.


ווארום וואס פאר א כבוד איז עס, אויב איר פארזינדיקט זיך און מען גיט אייך שלעק, און איר זענט געדולדיק? נאר אויב טוענדיק גוטס ליידט איר און זענט געדולדיק, (אָט) דאס איז א חסד ביי ה׳.


און איר אליין, ווי לעבעדיקע שטיינער, בויט אייך אויף צו א רוחניותדיק הויז, פאר א הייליקער כהונה, מקריב צו זיין רוחניותדיקע קרבנות, וואס זענען וואויל אנגענומען ביי ה׳ דורך יהושע/ישוע המשיחן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ