9 און דוד זאגט: זאל זייער טיש ווערן צו א פאסטקע, און צו א נעץ, און צו א שטרויכלונג, און א פארגעלטונג צו זיי;
ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו פעטרוסן: אוועק פון מיר, שׂטן, דו ביסט א מיכשול פאר מיר; ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס געהערט צו ה׳, נאר דאס, וואס געהערט צו מענטשן!
ה׳ אבער האט צו אים געזאגט: דו נאר, אין דער דאזיקער נאכט וועט דיין זעל פון דיר געפאדערט ווערן; און פאר וועמען וועט עס זיין, וואס דו האסט אנגעגרייט?
טוט זשע מער נישט משפטן איינער דעם אנדערן. נאר האלט ליבער דאס פאר רעכט, נישט צו לייגן קיין מיכשול אדער א פאסטקע פאר דעם ברודער.
ווארום אויב דאס ווארט, וואס איז גערעדט געווארן דורך מלאכים, איז געווען פעסט, און יעדע עבירה און ווידערשפעניקייט האט באקומען א גערעכטע פארגעלטונג,