8 ווי עס שטייט געשריבן: ה׳ האט זיי געגעבן א גייסט פון טיפן שלאף, אויגן, נישט צום זען, און אויערן, נישט צום הערן, ביז צום היינטיקן טאג. (ישעיהו כט, י; דברים כט, ג.)
און ער האט געזאגט: אייך איז עס געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו די איבריקע אבער אין משלים, כדי קוקנדיק זאלן זיי נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי נישט פארשטיין.
גיי צו דעם דאזיקן פאלק און זאג: מיטן געהער וועט איר הערן און נישט משיג זיין; און קוקנדיק וועט איר קוקן און נישט זען;