Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 11:36 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

36 אז אלץ איז פון אים און דורך אים און צו אים; אים זיי כבוד אויף אייביק. אמן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 11:36
40 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון, נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס (מחמת דיין איז דאס מלכות, און די מאכט, און די הערלעכקייט, אויף אייביק! אמן.)


און האבן געזאגט: געבענטשט איז דער קעניג, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר (ה׳); שלום אין הימל, און כבוד אין די הויכקייטן!


כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן, און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן!


ווארום אין אים לעבן מיר און באוועגן זיך און האבן א קיום, אזויווי אויך אייניקע פון אייערע פאעטן האבן געזאגט: ווארום אן אפשטאם פון אים זענען מיר.


צו ה׳ דעם איינציקן חכם זאל זיין כבוד דורך יהושע/ישוע המשיחן לעלמי עולמים! אמן.


ווייל ווי די פרוי איז פון דעם מאן, אזוי איז דער מאן אויך דורך דער פרוי; אלץ אבער איז פון ה׳.


דאך פאר אונדז—נאר איין ג‑ט, דער פאטער, פון וועמען אלץ איז, און מיר פאר אים; און איין האר, יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען אלץ איז, און מיר דורך אים.


צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.


צו אים זאל זיין כבוד אין דער קהלה און אינם משיח יהושע/ישוע לדור דור לעלמי עולמים. אמן.


און צו ג‑ט אונדזער פאטער זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן!


אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן.


וואס נאר ער אליין האט אומשטארבלעכקייט, און וואוינט אין א ליכט, צו וועלכן מען קען נישט דערגרייכן, וועמען קיין מענטש האט נישט געזען און קען נישט זען; כבוד צו אים און די אייביקע מאכט, אמן.


דער האר וועט מיך מציל זיין פון יעדער מעשה רע, און מיך ראטעווען אין זיין מלכות שמים אריין; צו אים זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן.


זאל אייך מאכן שלמותדיק אין אלע מעשים טובים, צו טאן זיין רצון, ווירקנדיק אין אייך דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.


ווייל עס איז געווען פאסן פאר אים, פאר וועמען אלץ איז און דורך וועמען אלץ איז, פירנדיק א סך זין צו הערלעכקייט, שלמותדיק צו מאכן דורך ליידן דעם גרינדער פון זייער ישועה.


אויב עמיצער רעדט, (זאל ער רעדן) ווי ה׳ס רייד; אויב איינער באדינט, (זאל ער עס טאן) ווי אויס דער קראפט, וועלכע ה׳ גיט; כדי אין אלעם זאל ה׳ פארהערלעכט ווערן דורך יהושע/ישוע המשיחן, וועמען עס געהערט כבוד און מאכט לעלמי עולמים. אמן.


צו אים זאל זיין די הערשאפט לעלמי עולמים. אמן.


נאר וואקסט אין דעם חסד און דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. כבוד צו אים סאי איצט סאי אין דעם טאג פון אייביקייט. אמן.


דעם איינציקן ג‑ט אונדזער רעטער, דורך יהושע/ישוע המשיחן דעם האר אונדזערן, זאל זיין כבוד, הערלעכקייט, קראפט און מאכט, פאר יעדער אייביקייט, און איצט, און אויף אלע אייביקייטן. אמן.


נאך דעם האב איך געהערט ווי א הויך קול פון א גרויסן המון מענטשן אין הימל זאגן: הללויה! די ישועה און דער כבוד און די מאכט געהערן צו אונדזער ג‑ט;


און האט צו מיר געזאגט: עס איז געשען. איך בין דער אלף און דער תוו, דער אנהויב און דער סוף. איך וועל געבן דעם דורשטיקן אויס דעם קוואל פון וואסער פון לעבן אומזיסט.


און האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: די ישועה איז ביי אונדזער ג‑ט, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און ביי דעם לעמעלע.


זאגנדיק: אמן; די לויב און דער כבוד און די חכמה און דער דאנק און די ערע און די מאכט און די קראפט געהערן צו אונדזער ג‑ט לעלמי עולמים. אמן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ