23 און יענע, אויב זיי וועלן נישט בלייבן אינם אומגלויבן, וועלן אויך צוגעזעצט ווערן; ווארום ה׳ קען זיי ווידער צוזעצן.
מחמת איך זאג אייך: פון איצט אָן וועט איר מיך מער נישט זען, ביז איר וועט זאגן: ברוך הבא בשם ה׳!
און אויב אייניקע פון די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, דו אבער, זייענדיק א ווילדער איילבערט בוים, ביסט צוגעזעצט געווארן צווישן זיי און ביסט געווארן מיט זיי אן אנטיילנעמער פונם ווארצל פון דעם איילבערט בוים און זיין פעטקייט,
ווארום אויב דו ביסט אויסגעשניטן געווארן פון אן איילבערט בוים, וואס איז בטבע ווילד, און אומנאטירלעך צוגעזעצט געווארן צו א גוטן איילבערט בוים, אויף וויפל מער וועלן די דאזיקע אויף א נאטירלעכן אופן צוגעזעצט ווערן צו זייער אייגענעם איילבערט בוים?!
ווען אבער (דאס יידישע פאלק) וועט זיך אומקערן צום האר, וועט די מסוה אוועקגענומען ווערן.
און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען.