16 און אויב די תרומת העיסה איז הייליק, אזוי איז דאס גאנצע טייג אויך הייליק; און אויב דער ווארצל איז הייליק, אזוי זענען די צווייגן אויך הייליק.
און אויב אייניקע פון די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, דו אבער, זייענדיק א ווילדער איילבערט בוים, ביסט צוגעזעצט געווארן צווישן זיי און ביסט געווארן מיט זיי אן אנטיילנעמער פונם ווארצל פון דעם איילבערט בוים און זיין פעטקייט,
און נישט נאר דאס, נאר מיר אליין, וואס האבן די ביכורים פונם גייסט, זיפצן אין זיך, ווארטנדיק אויף דער אדאפטירונג, (נעמלעך), די אויסלייזונג פון אונדזער גוף.
ווארום דער אומגלויביקער מאן ווערט געהייליקט דורך דער פרוי, און די אומגלויביקע פרוי ווערט געהייליקט דורך דעם ברודער; ווייל ווען נישט, וואלטן אייערע קינדער געווען טמאים, זיי זענען איצט אבער הייליק.
פון זיין אייגענעם רצון האט ער אונדז געבוירן דורך דעם ווארט פון אמת, כדי מיר זאלן זיין אן ארט ביכורים (ערשטע פרוכט) פון זיינע באשעפענישן.
די דאזיקע זענען עס, וואס האבן זיך נישט באפלעקט מיט קיין פרויען; ווארום זיי זענען (ווי) בתולות. די דאזיקע פאלגן נאך דאס לעמעלע, וואו עס גייט נאר. די דאזיקע זענען אויסגעקויפט געווארן פון צווישן די מענטשן, ווי ביכורים פאר ה׳ און פאר דעם לעמעלע;