Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 10:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 ווארום נישט קענענדיק די צדקות פון ה׳ און זוכנדיק אויפצושטעלן זייער אייגענע, האבן זיי זיך נישט אונטערטעניק געמאכט צו דער צדקות פון ה׳,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 10:3
34 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ער אבער, ווילנדיק זיך אליין גערעכטפערטיקן, האט געזאגט צו יהושען/ישוען: און ווער איז מיין חבר?


און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט עס, וואס גערעכטפערטיקן זיך פאר מענטשן, ה׳ אבער קען אייערע הערצער; ווייל דאס וואס איז הויך ביי מענטשן, איז אן אומווירדיקייט פאר ה׳.


ווארום אין איר (דרך ה׳) איז גערעכטיקייט פון ה׳ אנטפלעקט געווארן פון גלויבן צו גלויבן, ווי עס שטייט געשריבן: דער צדיק וועט דורך זיין גלויבן לעבן. (חבקוק ב, ד.)


ווארום איך זאג זיי עדות, אז זיי האבן א קנאות פאר ה׳, אבער נישט לויט דערקענטעניש.


ישעיה אבער פאסט מוט און זאגט: איך בין געפונען געווארן פון די, וואס האבן מיך נישט געזוכט, איך בין אנטפלעקט געווארן צו די, וואס האבן נישט געפרעגט נאך מיר. (ישעיהו סה, א.)


וואס דען? וואס ישראל זוכט, דאס האט ער נישט דערגרייכט, אבער די אויסדערוויילטע האבן עס יא דערגרייכט, און די איבריקע זענען פארהארטעוועט געווארן;


די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק;


כדי צו ווייזן זיין גערעכטיקייט אין דער איצטיקער צייט און אז ער אליין איז גערעכט און דער גערעכטפערטיקער פון דעם, וואס גלויבט אין יהושען/ישוען.


ווארום אזויווי דורך דער ווידערשפעניקייט פון דעם איינעם מענטשן זענען א סך געמאכט געווארן פאר חוטאים, אזוי אויך דורך דער געהארכזאמקייט פון דעם איינעם (יהושע/ישוע) וועלן א סך געמאכט ווערן פאר צדיקים.


ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).


און געפינען ווערן אין אים, נישט מיט מיין (אייגענער) צדקות, וועלכע איז פון דער געזעץ, נאר מיט דער, וואס איז דורך גלויבן אינם משיח—ה׳ס צדקות, וועלכע קומט דורך אמונה;


שמעון פעטרוס, א קנעכט און שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, צו די, וועלכע האבן מקבל געווען די זעלביקע טייערע אמונה, ווי מיר, אין דער צדקות פון אונדזער ג‑ט און פון דעם גואל יהושע/ישוע המשיח:


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ