Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 10:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 אבער איך זאג: האבן זיי דען נישט געהערט? געוויס: זייער קלאנג איז ארויסגעגאנגען איבער דער גאנצער ערד, און ביז צו די עקן פון דער באוואויטער וועלט—זייערע ווערטער. (תהלים יט, ה.)

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 10:18
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ.


באמת זאג איך אייך: וואו נאר די דאזיקע גוטע בשורה וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט מען אויך זאגן, וואס זי האט געטאן, איר לזכרון!


גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,


נאכאמאל נעמט אים דער שׂטן מיט אויף א זייער הויכן בארג, און ווייזט אים אלע קעניגרייכן פון דער וועלט, און זייער הערלעכקייט;


און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג.


און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן (די גוטע בשורה) אומעטום, און דער האר האט מיטגעווירקט מיט זיי, באשטעטיקנדיק דאס ווארט דורך די צייכנס, וואס האבן נאכגעפאלגט. אמן.


נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.


נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה.


און נאך דעם ווי זיי האבן אים באשטימט א טאג, זענען זיי געקומען צו אים אין גאסטהויז אריין אין גרעסערער צאל; וועמען ער האט דערקלערט, עדות זאגנדיק וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און אויפווייזנדיק וועגן יהושען/ישוען פון תורת משה און פון די נביאים, פון אינדערסרי ביז אין אוונט.


קודם כל גיב איך אפ א שבח צו מיין ג‑ט דורך יהושע/ישוע המשיחן פאר אייך אלע, ווייל איבער אייער (דרך ה׳) אמונה ווערט גערעדט אין דער גאנצער וועלט.


מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;


אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפענונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת.


וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;


ווארום פון אייך איז דאס ווארט פון דעם האר ארויסגעגאנגען נישט בלויז קיין מאצעדאניען און אכאיא, נאר אויף יעדן ארט האט זיך אייער אמונה צו ה׳ פארברייטערט, אזוי, אז מיר דארפן גארנישט רעדן דערפון.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ