Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 1:30 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

30 לשון הרע, פיינד פון ה׳, עזות פנימער, פארריסן, בארימער, אויסגעפינעריש פון שלעכטס, אומגעהארכזאמע צו עלטערן,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 1:30
42 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת ה׳ האט געזאגט: דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! און: ווער עס פלוכט פאטער אדער מוטער, דער זאל געטייט ווערן.


פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.


איר וועט אבער איבערגעגעבן ווערן אפילו פון עלטערן, און ברידער, און קרובים, און פריינד; און א טייל פון אייך וועלן זיי טייטן.


אייך קען די וועלט נישט האסן; מיך אבער האסט זי יא, ווייל איך זאג עדות וועגן איר, אז אירע מעשים זענען בייז.


ווארום פאר די דאזיקע טעג איז אויפגעשטאנען תודס, זאגנדיק, אז ער איז עפעס; צו וועמען עס האבן זיך באהאפטן אין צאל אן ערך פיר הונדערט מענטשן; ער איז געהרגעט געווארן; און אלע, וואס האבן אים געפאלגט, זענען צעשפרייט און צונישט געווארן.


אבער אויב דו רופסט דיך ייד און שטיצטסט דיך אויף דער תורה און בארימסט דיך מיט ה׳,


דו, וואס בארימסט דיך מיט דער תורה, שענדסט דו ה׳ דורך עובר זיין די תורה!


וואו זשע איז די בארימעריי? זי איז אויסגעשלאסן. דורך וואס פאר א תורה? צי פון מעשים? ניין, נאר דורך דער תורה פון אמונה.


נישט בארימענדיק זיך אָן א מאס אין דער ארבעט פון אנדערע, אבער האבנדיק די האפענונג, בשעת אייער אמונה וואקסט, אז מיר וועלן פארגרעסערט ווערן אין אייך לויט אונדזער מאסשטאב צו א שפע,


ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין קריגערייען, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען;


וועלכער שטעלט זיך אנטקעגן און דערהייבט זיך איבער אלעם, וואס מען רופט ג‑ט אדער עבודה; אזוי, אז ער וועט זיך אנידערזעצן אין דעם היכל פון ה׳, באווייזנדיק זיך, אז ער איז ג‑ט.


ווארום די מענטשן וועלן זיין ליבהאבער פון זיך אליין, ליבהאבער פון געלט, בארימער, חוצפהדיק, לעסטערער, אומגעהארכזאם צו עלטערן, אומדאנקבאר, ג‑טלאז,


ווארום מיר אליין זענען אויך אמאל געווען אָן פארשטאנד, ווידערשפעניק, האבן געבלאנדזשעט, געדינט צו פארשיידענערליי תאוות און פארגעניגנס, געפירט א לעבן פון קנאה שנאה, (געווען) פארהאסט, האבן פיינט געהאט איינס דאס אנדערע.


פונקט אזוי איז אויך די צונג א קליין אבר, און בארימט זיך מיט גרויסע זאכן. זע, וואס פאר א גרויסן וואלד א קליין פייערל קען אנצינדן!


און איצט בארימט איר זיך מיט אייער גאווה; יעדע אזעלכע בארימעריי איז בייז.


ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות;


די דאזיקע זענען מורמלער, און וואס באקלאגן זיך (נאר), בשעת זיי גייען נאך זייערע תאוות, און זייער מויל רעדט שטאלצע זאכן, און זענען נושא פנים צוליב שוחד.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ