Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 1:26 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

26 צוליב דעם האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו שענדלעכע תאוות; ווארום זייערע ווייבער האבן פארביטן דעם נאטירלעכן געברויך מיט אן אומנאטירלעכן;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 1:26
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דערפאר האט זיי ה׳ איבערגעגעבן אין די תאוות פון זייערע הערצער, צו שמוציקייט, צו שענדן זייערע קערפערס צווישן זיך אליין;


און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט;


אדער ווייסט איר נישט, אז רשעים וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳? באטריגט זיך נישט אליין: נישט קיין זונים, נישט קיין געצנדינער, נישט קיין נואפים, נישט קיין בעלי תאוות, נישט קיין מענטשנשענדער,


האבנדיק פארלוירן יעדעס געפיל, האבן זיי זיך איבערגעגעבן צו צעלאזנקייט, צו טאן יעדע טומאה אין (שייכות מיט) געלטגייציקייט.


ווארום עס איז אפילו א חרפה צו רעדן פון דעם, וואס זיי טאן אין פארבארגעניש.


נישט אין ליידנשאפטלעכע תאוות, ווי די אומות (העולם), וועלכע קענען נישט ה׳;


פאר זונים, שוכבי‑זכר, מענטשנכאפער, ליגנער, וואס שווערן פאלש, און וואס נאר עס איז להיפך צו דער געזונטער לערנונג;


די דאזיקע אבער לעסטערן דאס, וואס זיי ווייסן נישט; וואס אבער זיי פארשטייען פון דער טבע, ווי נארישע בהמות, אין דעם פארדארבן זיי זיך אליין.


ווי סדום און עמורה און די שטעט ארום זיי, מזנה זייענדיק אויף אן ענלעכן אופן ווי די דאזיקע, און נאכגייענדיק פרעמד פלייש, זענען געזעצט געווארן אלס א ביישפיל, ליידנדיק דעם עונש פון אייביקן פייער.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ