17 ווארום אין איר (דרך ה׳) איז גערעכטיקייט פון ה׳ אנטפלעקט געווארן פון גלויבן צו גלויבן, ווי עס שטייט געשריבן: דער צדיק וועט דורך זיין גלויבן לעבן. (חבקוק ב, ד.)
דער, וואס גלויבט אין דעם זון, האט אייביק לעבן; ווער אבער עס געהארכט נישט דעם זון, דער וועט נישט זען קיין לעבן, נאר ה׳ס צארן בלייבט אויף אים.
ווארום נישט קענענדיק די צדקות פון ה׳ און זוכנדיק אויפצושטעלן זייער אייגענע, האבן זיי זיך נישט אונטערטעניק געמאכט צו דער צדקות פון ה׳,
איצט אבער האט זיך, אויסער דער תורה, באוויזן די גערעכטיקייט פון ה׳, וועגן וועלכער סאי די תורה סאי די נביאים האבן עדות געזאגט:
די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק;
און אויב א טייל האבן נישט געגלויבט, וואס מאכט עס דען אויס? צי מאכט דען זייער אומגלויבן צונישט די געטריישאפט פון ה׳?
וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז די נישט יידן, וועלכע האבן נישט נאכגעפאלגט צדקות, האבן דערגרייכט צדקות, אבער די צדקות פון אמונה;
ווארום אויב די עבודה פון פאראורטיילונג האט געהאט הערלעכקייט, וויפל מער שטייגט איבער די עבודה פון גערעכטיקייט אין הערלעכקייט!
ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).
נאר אז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ ווערט קיינער נישט גערעכטפערטיקט פאר ה׳ איז באשיימפערלעך קלאר; ווייל; דער צדיק וועט דורך אמונה לעבן. (חבקוק ב, ד.)
און געפינען ווערן אין אים, נישט מיט מיין (אייגענער) צדקות, וועלכע איז פון דער געזעץ, נאר מיט דער, וואס איז דורך גלויבן אינם משיח—ה׳ס צדקות, וועלכע קומט דורך אמונה;
און מיין צדיק וועט דורך אמונה לעבן; און אויב ער וועט זיך צוריקציען, האט מיין נפש נישט קיין וואוילגעפעלן אין אים. (חבקוק ב, ג-ד.)