Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




רוימער בריוו 1:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און איך וויל נישט, ברידער, איר זאלט זיין אומוויסנד, אז אפטמאל האב איך שוין געוואלט קומען צו אייך (און בין ביז איצט געשטערט געווארן), כדי איך זאל האבן פירות אויך צווישן אייך, ווי צווישן די איבריקע פעלקער.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




רוימער בריוו 1:13
38 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

באמת, באמת זאג איך אייך: אויב דאס קערנדל ווייץ פאלט אין דער ערד אריין און שטארבט נישט, בלייבט עס אליין; אויב אבער עס שטארבט יא, ברענגט עס א סך פירות.


נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן.


דער שניטער באקומט א שכר, און זאמלט איין פירות צום אייביקן לעבן, כדי דער פארזייער און דער שניטער זאלן זיך פרייען צוזאמען.


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה.


און דער גאנצער עולם האט געשוויגן; און זיך צוגעהערט צו בר‑נבאן און פוילוסן, וועלכע האבן דערציילט וואס פאר אותות און מופתים ה׳ האט געטאן צווישן די אומות (העולם) דורך זיי.


און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים.


און אפגעגעבנדיק זיי שלום, האט ער באריכות דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט געטאן צווישן די אומות העולם דורך זיין עבודה.


וואו מיר האבן געפונען ברידער, וועלכע האבן אונדז געבעטן צו בלייבן ביי זיי זיבן טעג, און אזוי זענען מיר געקומען קיין רוים.


דאס הייסט, איך זאל מיטגעטרייסט ווערן אין אייך דורך דער געמיינזאמער (דרך ה׳) אמונה, אייערער און מיינער.


ווארום איך וויל נישט, ברידער, אז איר זאלט נישט וויסן דעם דאזיקן סוד, כדי איר זאלט זיך נישט האלטן פאר קיין חכמים, אז א טיילווייזע פארהארטונג איז געקומען איבער ישראל, ביז די פולקייט פון די אומות העולם וועט אריינקומען;


אדער צי ווייסט איר נישט, ברידער—ווארום איך רעד צו די, וואס קענען די תורה—אז די תורה הערשט איבער דעם מענטשן כל זמן ער לעבט?


איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקת; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה.


ווארום איך וויל נישט פון אייך פארהוילן, ברידער, אז אלע אונדזערע פאטערס זענען געווען אונטער דעם וואלקן, און אלע זענען אריבערגעגאנגען דעם ים;


און וואס שייך (מתנות) פונם גייסט, ברידער, וויל איך נישט, איר זאלט זיין אומוויסנד.


ברידער, זייט נישט קיין קינדער מיטן פארשטאנד; נאר וואס שייך בייז זייט זייגעדיקע קינדער, מיטן פארשטאנד אבער דערוואקסענע (מענטשן).


וואס זשע איז עס, ברידער? ווען איר פארזאמלט אייך, האט יעדער איינער א מזמור, א לערנונג, אן אנטפלעקונג, א לשון, א פארטייטשונג; זאל אלץ געטאן ווערן צו דערבויאונג.


אויב פאר אנדערע בין איך נישט קיין שליח, דאך פאר אייך בין איך יא; ווארום די חתימה פון מיין שליחות זענט איר אינם האר.


ווארום מיר ווילן נישט, אז איר זאלט נישט וויסן, ברידער, וועגן דער צרה, וואס איז אונדז געשען אין (קליין) אזיען, אז זייער פיל איבער די כוחות זענען מיר געדריקט געווארן, אזוי, אז מיר האבן זיך אפילו מיאש געווען אפילו פונם לעבן;


א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש.


ברידער, איך רעד (פשוט) ווי א מענטש: אפילו א מענטשנס באשטעטיקטע צוואה איז קיינער נישט מבטל אדער זעצט (עפעס) צו (דערצו).


דער חסד פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח (זאל זיין) מיט אייער גייסט, ברידער. אמן.


נאר אויב צו לעבן אין דעם פלייש, איז דאס דאזיקע פאר מיר פרוכט פון ארבעט; און איך ווייס נישט וואס אויסצודערוויילן.


נישט אז איך בין אויסן די מתנה; נאר איך זוך די פרוכט, וואס זאל זיך פארמערן צו אייער חשבון.


צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳;


וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;


ווייל מיר האבן געוואלט קומען צו אייך; טאקע איך, פוילוס, און איינמאל און א צווייטמאל; און דער שׂטן האט אונדז געשטערט.


און מיר ווילן נישט איר זאלט זיין אומוויסנד, ברידער, וועגן די, וועלכע זענען איינגעשלאפן, כדי איר זאלט נישט טרויערן, ווי די אנדערע, וואס האבן נישט קיין האפענונג.


ווארום דער סוד פון רשעות ווירקט שוין; בלויז דער, וועלכער שטערט איצט, מוז אוועקגענומען ווערן פון דער מיט.


דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ