5 און עס איז זיי געגעבן געווארן, אז זיי זאלן זיי נישט טייטן, נאר פייניקן פינף חדשים לאנג; און זייער פייניקונג איז געווען ווי דער ווייטיק פון אן עקדיש, ווען ער שטעכט א מענטשן.
האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו וואלסט נישט געהאט קיין שום מאכט קעגן מיר, אויב עס וואלט דיר נישט געגעבן געווארן פון אויבן; דערפאר האט א גרעסערע זינד דער, וואס האט מיך איבערגעגעבן צו דיר.
און ווען זיי וועלן פארענדיקן זייער עדות זאגן, וועט די חיה, וואס קומט ארויף אויס דעם תהום, מלחמה האלטן מיט זיי, און זיי מנצח זיין, און זיי טייטן.
און עס איז איר געגעבן געווארן א מויל, וואס רעדט גרויסע זאכן און לעסטערונגען; און עס איז איר געגעבן געווארן מאכט צו טאן (אירע מעשים) צוויי און פערציק חדשים לאנג.
און עס איז איר געגעבן געווארן צו פירן א מלחמה קעגן די קדושים, און זיי מנצח צו זיין; און עס איז איר געגעבן געווארן ממשלה איבער יעדן שבט און פאלק און לשון און אומה. (דניאל ז, כא, כה.)
און זיי האבן וויידלען, ווי עקדישן און שטעכלקעס, און אין זייערע וויידלען ליגט זייער מאכט, צו שעדיקן די מענטשן פינף חדשים לאנג.
און פון דעם רויך זענען ארויסגעגאנגען היישעריקן אויף דער ערד; און עס איז זיי געגעבן געווארן מאכט, ווי די עקדישן פון דער ערד האבן מאכט.