Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 9:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 און די איבריקע מענטשן, וועלכע זענען נישט אומגעקומען אין די דאזיקע מגפות, האבן נישט תשובה געטאן פון די מעשים פון זייערע הענט, אז זיי זאלן זיך נישט בוקן צו טייוולאנים, און אפג‑טער פון גאלד און זילבער און קופער און שטיין און האלץ, וואס קענען נישט זען, נישט הערן, נישט ארומגיין;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 9:20
43 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת יוחנן איז געקומען צו אייך אויף דעם וועג פון גערעכטיקייט און איר האט נישט געגלויבט אין אים. די שטייער אויפמאנער אבער און די זונות האבן אים יא געגלויבט, און איר, הגם איר האט עס געזען, האט אפילו שפעטער נישט חרטה געהאט, כדי אים צו גלויבן.


זייענדיק דעריבער פון ג‑טס אפשטאמונג, געשיקט עס זיך נישט (פאר אונדז) צו מיינען, אז די ג‑טהייט איז ענלעך צו גאלד אדער זילבער אדער שטיין, צו א בילד פון מענטשלעכער קונסט און דערפינדונג.


און איר זעט און הערט, אז נישט נאר אין עפעזוס, נאר כמעט אין גאנץ (קליין) אזיען האט דער דאזיקער פוילוס איבערגערעדט און אפגעקערט אן אנגעזעענעם המון מענטשן, זאגנדיק, אז דאס זענען נישט קיין ג‑טער, וואס ווערן געמאכט מיט הענט;


און האבן געמאכט א קאלב אין יענע טעג, און געברענגט א קרבן צום אפג‑ט און זיך געפריידט מיט די מעשים פון זייערע הענט.


טאמער, ווען איך וועל קומען, וועט מיין ג‑ט מיך דערנידעריקן פאר אייך, און איך וועל טרויערן איבער א סך, וועלכע האבן שוין פריער געהאט געזינדיקט און נישט תשובה געטאן אויף זייער טומאה און זנות און צעלאזנקייט, וואס זיי האבן געטריבן.


דער גייסט אבער זאגט אויסדריקלעך, אז אין שפעטערע צייטן וועלן אייניקע אפפאלן פון דער אמונה, האלטנדיק זיך צו פארפירערישע גייסטער און טייוולאנישע לערנונגען


און איך האב געזען אן אנדער מופת אין הימל, גרויס און וואונדערבאר: זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן לעצטע מכות, ווייל מיט די דאזיקע האט זיך פארענדיקט ה׳ס צארן.


און דער פערטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דער זון; און עס איז איר געגעבן געווארן אפצוזענגען די מענטשן מיט פייער.


ווארום די מאכט פון די פערד ליגט אין זייער מויל און אין זייערע וויידלען; ווייל זייערע וויידלען זענען גלייך צו שלאנגען, און האבן קעפ; און מיט די דאזיקע טאן זיי שאדן.


און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע רציחות, נישט פון זייערע כשופים, נישט פון זייער זנות, נישט פון זייערע גנבות.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ