Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 9:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 און אזוי אָ האב איך געזען אין דעם חיזיון די פערד, און די, וואס זענען געזעסן אויף זיי, האבן געהאט ברוסט שילדן פייער רויטע און תכלת‑בלא און שוועבל געלבען; און די קעפ פון די פערד זענען געווען ווי קעפ פון לייבן, און אויס זייערע מיילער גייט ארויס פייער און רויך און שוועבל.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 9:17
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אויב עמיצער וויל זיי שאדן טאן, גייט ארויס א פייער פון זייער מויל און פארצערט זייערע שונאים; און אויב עמיצער וועט זיי וועלן שאדן טאן, מוז ער אָט אזוי אומקומען.


וועט ער אויך טרינקען פון ה׳ס צארנוויין, וואס איז אנגעגאסן נישט אויסגעמישט אין דעם בעכער פון זיין צארן, און געפייניקט ווערן אין פייער און שוועבל פאר די הייליקע מלאכים און פאר דעם לעמעלע;


און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל;


און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.


דער פיפטער, א סארדאניקס; דער זעקסטער, א רובין; דער זיבעטער, א כריזאליט; דער אכטער, א בעריל; דער ניינטער, א טאפאז; דער צענטער, א כריזאפראס; דער עלעפטער, א היאצינט; דער צוועלפטער, אן אמעטיסט.


די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!


דורך די דריי מגפות איז אומגעקומען א דריטל פון די מענטשן, פון דעם פייער און דעם רויך און דעם שוועבל, וואס גייען ארויס פון זייערע מיילער.


און זיי האבן געהאט פאנצערס ברוסט שילדן, ווי פאנצערס ברוסט שילד פון אייזן; און דאס גערויש פון זייערע פליגל איז געווען ווי דאס גערויש פון רייטוועגן, בשעת א סך פערד לויפן אין א מלחמה.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ