15 און עס זענען אויפגעבונדן געווארן די פיר מלאכים, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צו דער שעה און טאג און חודש און יאר, כדי זיי זאלן אומברענגען א דריטל פון די מענטשן.
וועט דער שׂטן ארויסגעלאזט ווערן פון זיין געפענקעניש,
און דער דריטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז אראפגעפאלן פון הימל א גרויסער שטערן, פלאקערנדיק ווי א פאקל, און איז געפאלן אויף א דריטל פון די טייכן און אויף די קוואלן וואסער;
און דער ערשטער האט געבלאזן, און עס איז געקומען האגל און פייער, אויסגעמישט מיט בלוט, און איז געווארפן געווארן אויף דער ערד; און א דריטל פון דער ערד איז פארברענט געווארן, און א דריטל פון די ביימער איז פארברענט געווארן, און יעדעס גרינע גרעזל איז פארברענט געווארן.
און דער צווייטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז געווען ווי א גרויסער פייער פלאמענדיקער בארג וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין, און א דריטל פון דעם ים איז געווארן בלוט;
און א דריטל פון די לעבעדיקע באשעפענישן אין ים איז אויסגעשטארבן; און א דריטל פון די שיפן איז צעשטערט געווארן.
און זיי האבן וויידלען, ווי עקדישן און שטעכלקעס, און אין זייערע וויידלען ליגט זייער מאכט, צו שעדיקן די מענטשן פינף חדשים לאנג.
דורך די דריי מגפות איז אומגעקומען א דריטל פון די מענטשן, פון דעם פייער און דעם רויך און דעם שוועבל, וואס גייען ארויס פון זייערע מיילער.
און עס איז זיי געגעבן געווארן, אז זיי זאלן זיי נישט טייטן, נאר פייניקן פינף חדשים לאנג; און זייער פייניקונג איז געווען ווי דער ווייטיק פון אן עקדיש, ווען ער שטעכט א מענטשן.