10 און זיי האבן וויידלען, ווי עקדישן און שטעכלקעס, און אין זייערע וויידלען ליגט זייער מאכט, צו שעדיקן די מענטשן פינף חדשים לאנג.
אדער אויב ער וועט בעטן אן איי, צי וועט ער דען אים געבן אן עקדיש?
ווארום די מאכט פון די פערד ליגט אין זייער מויל און אין זייערע וויידלען; ווייל זייערע וויידלען זענען גלייך צו שלאנגען, און האבן קעפ; און מיט די דאזיקע טאן זיי שאדן.
און פון דעם רויך זענען ארויסגעגאנגען היישעריקן אויף דער ערד; און עס איז זיי געגעבן געווארן מאכט, ווי די עקדישן פון דער ערד האבן מאכט.
און עס איז זיי געגעבן געווארן, אז זיי זאלן זיי נישט טייטן, נאר פייניקן פינף חדשים לאנג; און זייער פייניקונג איז געווען ווי דער ווייטיק פון אן עקדיש, ווען ער שטעכט א מענטשן.