Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 9:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און דער פינפטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געזען א שטערן אראפפאלן פון הימל אויף דער ערד; און עס איז אים געגעבן געווארן דער שליסל פון דעם שאכטע פון אפגרונט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 9:1
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב געזען דעם שׂטן פאלן, ווי א בליץ פון הימל.


און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי נישט באפעלן צו גיין אין תהום אריין.


אויך נישט: ווער וועט אראפנידערן אין דער טיפעניש (אפגרונט)? דאס הייסט, ארויפצוברענגען משיחן פון די טויטע.


און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית.


דעם סוד פון די זיבן שטערן, וועלכע דו האסט געזען אויף מיין רעכטער האנט, און די זיבן גאלדענע מנורות. די זיבן שטערן זענען מלאכים פון די זיבן קהלות; און די זיבן מנורות זענען די זיבן קהלות.


און ווען זיי וועלן פארענדיקן זייער עדות זאגן, וועט די חיה, וואס קומט ארויף אויס דעם תהום, מלחמה האלטן מיט זיי, און זיי מנצח זיין, און זיי טייטן.


די חיה, וואס דו האסט געזען, איז געווען, און איז (מער) נישטא, און וועט ארויפשטייגן אויס דעם תהום און גיין צו פארדארבונג. און די איינוואוינער אויף דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון בריאת העולם אָן, וועלן זיך וואונדערן, ווען זיי וועלן זען די חיה, אז זי איז געווען און איז (מער) נישטא און וועט ווידער זיין.


און איך האב געזען א מלאך אראפנידערן פון הימל, האבנדיק דעם שליסל צום אפגרונט און א גרויסע קייט אין זיין האנט.


און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.


און די שטערן פונם הימל זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד, ווי א פייגנבוים ווארפט אראפ זיינע אומצייטיקע פירות, ווען געטרייסלט פון א גרויסן שטורמווינט.


און דער דריטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז אראפגעפאלן פון הימל א גרויסער שטערן, פלאקערנדיק ווי א פאקל, און איז געפאלן אויף א דריטל פון די טייכן און אויף די קוואלן וואסער;


און דער פערטער מלאך האט געבלאזן, און א דריטל פון דער זון איז געפלאגט געווארן, און א דריטל פון דער לבנה, און א דריטל פון די שטערן, כדי א דריטל פון זיי זאל זיך פארפינסטערן, און דער טאג זאל נישט שיינען זיין דריט חלק, און די נאכט אויך אזוי.


און איך האב געזען די זיבן מלאכים, וועלכע שטייען פאר ה׳; און עס איז זיי געגעבן געווארן זיבן שופרות.


און ער האט אויפגעמאכט דעם תהום פון דעם אפגרונט; און עס איז ארויפגעשטיגן א רויך אויס דעם תהום, ווי דער רויך פון א געוואלטיקן קאלכאויוון; און די זון און די לופט זענען פארפינסטערט געווארן דורך דעם רויך פונם תהום.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ