די דאזיקע האבן די מאכט צו פארשליסן דעם הימל, כדי עס זאל נישט פאלן קיין רעגן אין די טעג פון זייער נבואה; און האבן מאכט איבער די וואסערן, צו פארקערן זיי צו בלוט, און צו שלאגן די ערד מיט יעדער פלאג, ווי אפט זיי ווילן נאר.
און עס זענען אויפגעבונדן געווארן די פיר מלאכים, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צו דער שעה און טאג און חודש און יאר, כדי זיי זאלן אומברענגען א דריטל פון די מענטשן.