Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 8:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 און דער מלאך האט גענומען די פייערפאן, און זי אנגעפילט מיט פייער פון דעם מזבח, און עס אראפגעווארפן אויף דער ערד; און עס זענען געקומען דונערן און קולות און בליצן און אן ערדציטערניש.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 8:5
24 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת א פאלק וועט זיך אויפהויבן קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה; און עס וועלן זיין הונגער נויטן און ערדציטערנישן אויף פארשיידענע ערטער.


איך בין געקומען, צו ווארפן א פייער אויף דער ערד; און וואס וויל איך, אויב עס האט זיך שוין אנגעצונדן?


איז פלוצלונג געווארן א גרויסע ערדציטערניש, אזוי, אז די פונדאמענטן פון דער תפיסה זענען דערשיטערט געווארן, און אין אן אויגנבליק האבן זיך אלע טירן אויפגעעפנט, און אלעמענס קייטן זענען לויז געווארן.


און בעת זיי האבן תפילה געטאן, האט דאס ארט געציטערט, אין וועלכן זיי זענען געווען פארזאמלט; און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, און האבן גערעדט דאס ווארט פון ה׳ מיט דרייסטקייט.


און אין יענער שעה איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש, און א צענטל פון דער שטאט איז איינגעפאלן; און אין דער ערדציטערניש זענען אומגעקומען זיבן טויזנט מענטשן; און די איבריקע זענען פול געווארן מיט מורא, און האבן אפגעגעבן כבוד צום ג‑ט פון הימל.


און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל.


און פון דעם כסא הכבוד גייען ארויס בליצן און קולות און דונערן. און פאר דעם כסא הכבוד ברענען זיבן פייער פאקלען, וואס זענען די זיבן גייסטער פון ה׳;


און איך האב געזען, ווען ער האט געעפנט די זעקסטע חתימה, און עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; און די זון איז געווארן שווארץ ווי א זאק פון האר, און די גאנצע לבנה איז געווארן ווי בלוט (יואל ב, י.);


און אן אנדערער מלאך איז געקומען, און האט זיך אנידערגעשטעלט ביי דעם מזבח, האבנדיק א גאלדענע פייערפאן, און עס איז אים געגעבן געווארן קטורת א סך, כדי ער זאל עס מקריב זיין מיט די תפילות פון אלע קדושים אויף דעם גאלדענעם מזבח, וואס איז פאר דעם כסא הכבוד.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ