4 און דער רויך פון דעם קטורת, מיט די תפילות פון די קדושים, איז ארויפגעשטיגן פאר ה׳ אויס דער האנט פון דעם מלאך.
און דער גאנצער המון עם האט מתפלל געווען אינדרויסן אין דער שעה פון קטורת.
און ער האט א בליק געטאן אויף אים און זיך געפארכטן, און געזאגט: וואס איז עס, האר? און ער האט צו אים געזאגט: דיינע תפילות און דיינע צדקות זענען ארויפגעקומען לזכרון פאר ה׳.
און דער היכל האט זיך אנגעפילט מיט רויך פון דער הערלעכקייט פון ה׳ און פון זיין קראפט; און קיינער האט נישט געקענט אריינגיין אין דעם היכל אריין, ביז עס וועלן פארענדיקט ווערן די זיבן פלאג פון די זיבן מלאכים.
און אן אנדערער מלאך איז געקומען, און האט זיך אנידערגעשטעלט ביי דעם מזבח, האבנדיק א גאלדענע פייערפאן, און עס איז אים געגעבן געווארן קטורת א סך, כדי ער זאל עס מקריב זיין מיט די תפילות פון אלע קדושים אויף דעם גאלדענעם מזבח, וואס איז פאר דעם כסא הכבוד.