Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 7:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און איינער פון די זקנים האט געענטפערט זאגנדיק צו מיר: ווער זענען די דאזיקע אנגעקליידטע אין ווייסע קליידער, און פונוואנען זענען זיי אהערגעקומען?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 7:13
11 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

יהושע/ישוע האט דעריבער אויסגעשריגן אינם בית המקדש, בשעת ער האט געלערנט, און געזאגט: איר קענט מיך, און איר ווייסט, פונוואנען איך בין: און פון מיר אליין בין איך נישט געקומען; נאר ווארהאפטיק איז דער, וואס האט מיך געשיקט, וועמען איר קענט נישט.


און זעענדיק דאס, האט פעטרוס געענטפערט דעם עולם: איר מענער פון ישראל, וואס וואונדערט איר זיך איבער דער דאזיקער זאך? אדער וואס קוקט איר אזוי אויף אונדז, גלייך ווי מיט אונדזער אייגענעם כוח אדער פרומקייט האבן מיר אים געמאכט ארומגיין?


נאר דו האסט אין סארדעס אייניקע נעמען, וועלכע האבן נישט באפלעקט זייערע מלבושים; און זיי וועלן גיין מיט מיר אין ווייסן; ווייל זיי זענען ראוי.


פאלן די פיראונצוואנציק זקנים אנידער פאר אים, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און בוקן זיך צו אים, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, און ווארפן אנידער זייערע קרוינען פאר דעם כסא הכבוד, און זאגן:


און ארום און ארום דעם כסא הכבוד זענען געווען פיראונצוואנציק טראנען; און אויף די טראנען האב איך געזען פיראונצוואנציק זקנים זיצן, אנגעטאן אין ווייסע קליידער (קיטל); און אויף זייערע קעפ גאלדענע קרוינען.


און האב געזען, און געהערט א קול פון א סך מלאכים, ארום און ארום פון דעם כסא הכבוד און פון די חיות און די זקנים; און זייער צאל איז געווען צען טויזנט מאל צען טויזנט און טויזנטער מאל טויזנט (דניאל ז, י.);


און איינער פון די זקנים האט צו מיר געזאגט: וויין נישט; זע, דער לייב פון דעם שבט יהודה (בראשית מט, ט-י.), דער שורש דוד (ישעיהו יא, א, י.), האט מנצח געווען, אויפצועפענען דאס ספר און זיינע זיבן חתימות.


נאך דעם האב איך געזען, און אָט א גרויסער המון, וואס קיינער האט אים נישט געקענט איבערציילן, פון אלע אומות (העולם) און שבטים און אומות און לשונות, שטיין פאר דעם כסא הכבוד און פאר דעם לעמעלע, אנגעקליידט אין ווייסע קליידער, מיט פאלמענצווייגן אין זייערע הענט;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ