Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 7:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: די ישועה איז ביי אונדזער ג‑ט, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און ביי דעם לעמעלע.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 7:10
26 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זאל יעדער בשר (ודם) זען די ישועה פון ה׳. (ישעיהו מ, ג-ה.)


צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.)


און דערזעענדיק יהושען/ישוען ווי ער איז פארבייגעגאנגען, האט ער געזאגט: זעט, דאס (איז) ה׳ס לאם!


איר בוקט זיך צו וואס איר ווייסט נישט, מיר ווייסן יא צו וועמען מיר בוקן זיך; ווייל די ישועה איז פון די יידן.


ווארום מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן דורך אמונה, און דאס נישט פון אייך אליין, עס איז א מתנה פון ה׳;


און איך האב געהערט א הויך קול אין הימל זאגן: איצט איז געקומען די ישועה און די מאכט און דאס מלכות פון אונדזער ג‑ט, און די ממשלה פון זיין משיח; ווייל אראפגעווארפן איז געווארן דער קטיגור פון אונדזערע ברידער, וועלכער האט זיי פארקלאגט פאר אונדזער ג‑ט טאג און נאכט.


נאך דעם האב איך געהערט ווי א הויך קול פון א גרויסן המון מענטשן אין הימל זאגן: הללויה! די ישועה און דער כבוד און די מאכט געהערן צו אונדזער ג‑ט;


און דער, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, האט געזאגט: זע, איך מאך אלץ ניי! נאך האט ער געזאגט: שרייב! מחמת די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק!


און עס וועט מער נישט זיין קיין קללה; און ה׳ס כסא הכבוד און דעם לעמעלע וועט זיין אין איר; און זיינע קנעכט וועלן אים דינען;


און פאר דעם כסא הכבוד, אזויווי א גלעזערנער ים, גלייך צו קריסטאל; און אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און ארום און ארום דעם כסא הכבוד פיר חיות, פול מיט אויגן פון פארנט און פון הינטן.


און עס איז געקומען, און האט גענומען דאס ספר אויס דער רעכטער האנט פון דעם, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ