די אנטפלעקונג 6:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה9 און ווען ער האט געעפנט די פיפטע חתימה, האב איך געזען אונטער דעם מזבח די נשמות פון די געשחטענע צוליב ה׳ס ווארט און צוליב דאס עדות, וואס זיי האבן געהאט; အခန်းကိုကြည့်ပါ။ |
און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם מזבח, דער, וואס האט געהאט ממשלה איבער דעם פייער; און האט גערופן מיט א הויך קול צו דעם, וועלכער האט געהאט דאס שארפע שניידמעסער, אזוי צו זאגן: שיק דיין שארף שניידמעסער, און זאמל איין די הענגלעך וויינטרויבן פון דעם וויינשטאק פון דער ערד; ווייל זיינע טרויבן זענען (שוין) רייף.
און איך האב געזען טראנען, און מען האט זיך אנידערגעזעצט אויף זיי, און דאס משפט איז זיי געגעבן געווארן; און די נשמות פון די, וואס מען האט זיי אפגעהאקט דעם קאפ צוליב דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען און צוליב ה׳ס ווארט, און וועלכע האבן זיך נישט געבוקט צו דער חיה, נישט צו איר בילד, און נישט אנגענומען דעם סימן אויף זייער שטערן און נישט אויף זייער האנט; און זיי זענען לעבעדיק געווארן, און האבן געקעניגט צוזאמען מיט דעם משיח טויזנט יאר.