3 און ווען ער האט געעפנט די צווייטע חתימה, האב איך געהערט די צווייטע חיה זאגן: קום!
און זיי זענען געגאנגען, און האבן פארזיכערט דאס קבר מיט דער וואך, און פארחתמעט דעם שטיין.
און די ערשטע חיה איז געווען ענלעך צו א לייב, און די צווייטע חיה איז געווען ענלעך צו אן אקס, און די דריטע חיה האט דאס פנים ווי א מענטש, און די פערטע חיה איז געווען ענלעך צו א פליענדיקן אדלער. (יחזקאל א, י.)
און איך האב געזען, ווען דאס לעמעלע האט געעפנט איינע פון די זיבן חתימות, און האב געהערט איינע פון די פיר חיות זאגן, ווי מיט דעם קול פון א דונער: קום!
און ווען ער האט געעפנט די זיבעטע חתימה, איז געווארן א שטילקייט אין הימל אן ערך א האלבע שעה.