13 און די שטערן פונם הימל זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד, ווי א פייגנבוים ווארפט אראפ זיינע אומצייטיקע פירות, ווען געטרייסלט פון א גרויסן שטורמווינט.
און באלד נאך דער צרה פון יענע טעג, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן.
און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די קרעפטן אין הימל וועלן דערשיטערט ווערן. (ישעיהו לד, ד.)
און עס וועלן זיין סימנים אין דער זון און לבנה און שטערנס; און אויף דער ערד אנגסט אויף פעלקער; און זיי וועלן נישט וויסן קיין עצה זיך צו געבן, מחמת דעם ברויזן פון ים און די כוואליעס;
און דער פינפטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געזען א שטערן אראפפאלן פון הימל אויף דער ערד; און עס איז אים געגעבן געווארן דער שליסל פון דעם שאכטע פון אפגרונט.