Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 6:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און עס איז זיי געגעבן געווארן, יעדן איינעם, א ווייס קלייד; און עס איז זיי געזאגט געווארן, אז זיי זאלן נאך רוען א קליינע צייט, ביז עס וועט זיך אנפילן (די צאל) אויך פון זייערע מיטקנעכט און זייערע ברידער, וועלכע וועלן אומגעברענגט ווערן, ווי זיי.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 6:11
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער זיין קינד, און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן די עלטערן און וועלן זיי טייטן.


דער פאטער אבער האט געזאגט צו זיינע קנעכט: ברענגט געשווינט ארויס דאס בעסטע מלבוש און קליידט אים אָן; און גיט אים א רינג אויף זיין האנט, און שיך אויף די פיס;


מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם.


נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.


און צו אייך, די געפייניקטע, מנוחה מיט אונדז ביי דער אנטפלעקונג פון דעם האר יהושע/ישוע פון הימל מיט די מלאכים פון זיין מאכט


איך האב זיך געראנגלט דעם גוטן געראנגל, האב פארענדיקט דעם וועטגעלאף, די אמונה אפגעהיטן;


ווייל ה׳ האט פארויסגעזען עפעס בעסערס פאר אונדז, כדי זיי זאלן נישט ווערן שלמותדיק אָן אונדז.


צו א פייערלעכער עדה און קהלה פון בכורים, וואס זענען איינגעשריבן אין הימל, און צו ה׳ (זענט איר געקומען), דעם שופט פון אלעמען, און צו די גייסטער פון צדיקים מושלמים,


ווארום דער, וואס איז אריינגעקומען אין זיין מנוחה, האט אויך גערוט פון זיינע ווערק, ווי ה׳ פון זיינע.


און געשוואוירן ביי דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, וועלכער האט באשאפן דעם הימל און וואס עס געפינט זיך דערין, און די ערד און וואס עס איז אויף איר, און דעם ים און וואס עס געפינט זיך אין אים, אז עס וועט מער נישט זיין קיין צייט;


און עס איז איר געגעבן געווארן אריינצוגעבן אטעם אין דעם בילד פון דער חיה, כדי דאס בילד פון דער חיה זאל אויך רעדן, און מאכן, אז אלע, וואס וועלן זיך נישט בוקן צום בילד פון דער חיה, זאלן געטייט ווערן.


און איך האב געהערט א קול פון הימל, אזוי צו זאגן: שרייב: וואויל איז די טויטע, וועלכע שטארבן אין דעם האר, פון איצט אָן! יא—זאגט דער גייסט—כדי זיי זאלן האבן מנוחה פון זייער מי; ווארום זייערע מעשים פאלגן זיי נאך.


און איך האב געזען די פרוי שכור מיט דעם בלוט פון די קדושים, און מיט דעם בלוט פון ישועס עדות. און זעענדיק זי, בין איך נשתומם געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.


און איך האב געזאגט צו אים: מיין האר, דו ווייסט עס. און ער האט מיר געזאגט: די דאזיקע זענען עס, וועלכע זענען געקומען פון דער גרויסער צרה, און האבן געוואשן זייערע קליידער און זיי ווייס געמאכט אין דעם בלוט פון דעם לעמעלע.


נאך דעם האב איך געזען, און אָט א גרויסער המון, וואס קיינער האט אים נישט געקענט איבערציילן, פון אלע אומות (העולם) און שבטים און אומות און לשונות, שטיין פאר דעם כסא הכבוד און פאר דעם לעמעלע, אנגעקליידט אין ווייסע קליידער, מיט פאלמענצווייגן אין זייערע הענט;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ