2 און האב געזען א שטארקן מלאך אויסרופן מיט א הויך קול: ווער איז ווערט אויפצומאכן דאס ספר און צו צעברעכן זיינע חתימות?
און איך האב געזען אן אנדערן געוואלטיקן מלאך אראפנידערן פון הימל, איינגעהילט אין א וואלקן; און דער רעגנבויגן איז געווען איבער זיין קאפ, און זיין פנים איז געווען ווי די זון, און זיינע פיס, ווי זיילן פייער;
און א שטארקער מלאך האט אויפגעהויבן א שטיין, ווי א גרויסער מילשטיין, און אים געווארפן אין ים אריין, זאגנדיק: מיט אזא אימפעט אָ וועט בבל, די גרויסע שטאט, צעווארפן ווערן, און זיך שוין מער נישט געפינען!
און איך האב געזען אויף דער רעכטער זייט פון אים וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד א ספר, געשריבן פון אינעווייניק און פון הינטן, פארזיגלט מיט זיבן חתימות.
און איינער פון די זקנים האט צו מיר געזאגט: וויין נישט; זע, דער לייב פון דעם שבט יהודה (בראשית מט, ט-י.), דער שורש דוד (ישעיהו יא, א, י.), האט מנצח געווען, אויפצועפענען דאס ספר און זיינע זיבן חתימות.