9 און ווען די חיות געבן אפ כבוד און ערע און לויב צו דעם, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים,
פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי זיך משתדל צו זיין פאר זיי.
און דא נעמען שטערבלעכע מענטשן מעשרות, דארטן אבער איינער, וועגן וועמען עס ווערט עדות געזאגט, אז ער לעבט.
און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית.
און געשוואוירן ביי דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, וועלכער האט באשאפן דעם הימל און וואס עס געפינט זיך דערין, און די ערד און וואס עס איז אויף איר, און דעם ים און וואס עס געפינט זיך אין אים, אז עס וועט מער נישט זיין קיין צייט;
און איינע פון די פיר חיות האט געגעבן די זיבן מלאכים זיבן גאלדענע געפעסן, פול מיט דעם צארן פון ה׳, וועלכער לעבט לעלמי עולמים.
און דער, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, האט געזאגט: זע, איך מאך אלץ ניי! נאך האט ער געזאגט: שרייב! מחמת די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק!
גלייך בין איך געווען אינם גייסט; און זע, א כסא הכבוד איז געשטאנען אין הימל און אויף דעם כסא הכבוד איז איינער געזעסן;
און די פיר חיות האבן, יעדע איינע פון זיי, צו זעקס פליגל, ארום און ארום און פון אינעווייניק פול מיט אויגן; און זיי האבן נישט קיין רו בייטאג און ביינאכט, זאגנדיק: הייליק, הייליק, הייליק, איז דער האר ג‑ט, דער אלמעכטיקער, וועלכער איז געווען און וועלכער איז און וועלכער קומט! (ישעיהו ו, א-ג.)
און איך האב געזען אויף דער רעכטער זייט פון אים וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד א ספר, געשריבן פון אינעווייניק און פון הינטן, פארזיגלט מיט זיבן חתימות.
און האבן געזאגט צו די בערג און פעלדזן: פאלט אויף אונדז, און פארבארגט אונדז פון דעם פנים פון דעם, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, און פון דעם צארן פון דעם לעמעלע! (ישעיהו ב, יט-כא.)
דערפאר זענען זיי פאר ה׳ס כסא הכבוד; און דינען אים טאג און נאכט אין זיין היכל; און דער, וואס זיצט אויף דעם כסא הכבוד, וועט געבן זיין געצעלט איבער זיי.