און איך האב געזען, ווי א קריסטאלענעם ים געמישט מיט פייער; און די, וואס האבן גובר געווען די חיה און איר בילד און די צאל פון איר נאמען; און זיי זענען געשטאנען ביים קריסטאלענעם ים, האבנדיק הארפעס פון ה׳.
און האב געזען, און געהערט א קול פון א סך מלאכים, ארום און ארום פון דעם כסא הכבוד און פון די חיות און די זקנים; און זייער צאל איז געווען צען טויזנט מאל צען טויזנט און טויזנטער מאל טויזנט (דניאל ז, י.);