Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 4:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 און פון דעם כסא הכבוד גייען ארויס בליצן און קולות און דונערן. און פאר דעם כסא הכבוד ברענען זיבן פייער פאקלען, וואס זענען די זיבן גייסטער פון ה׳;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 4:5
24 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט וועט דאס מלכות השמים זיין געגליכן צו צען יונגפרויען, וואס האבן גענומען זייערע לאמפן, און זענען אנטקעגנגעגאנגען דעם חתן.


איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער.


און עס האבן זיך באוויזן צו זיי צעטיילטע צונגען ווי פון פייער, און האבן זיך געזעצט אויף יעדן איינעם פון זיי.


יוחנן צו די זיבן קהלות אין (קליין) אזיען: חסד צו אייך און שלום פון אים, וועלכער איז און איז געווען און וועט קומען; און פון די זיבן גייסטער, וואס זענען פאר זיין כסא הכבוד;


און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזויווי א לייב ברומט; און ווען ער האט געהאט געשריגן, האבן די זיבן דונערן גערעדט מיט זייערע קולות.


און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל.


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סארדעס שרייב: דאס זאגט דער, וועלכער האט די זיבן גייסטער פון ה׳, און די זיבן שטערן:


און האב געזען אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און די פיר חיות, און אינמיטן פון די זקנים, א לעמעלע שטיין, ווי געשחטן, האבנדיק זיבן הערנער און זיבן אויגן, וועלכע זענען די זיבן גייסטער פון ג‑ט, געשיקט איבער דער גאנצער ערד.


און דער מלאך האט גענומען די פייערפאן, און זי אנגעפילט מיט פייער פון דעם מזבח, און עס אראפגעווארפן אויף דער ערד; און עס זענען געקומען דונערן און קולות און בליצן און אן ערדציטערניש.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ