און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—
און אין יענער שעה איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש, און א צענטל פון דער שטאט איז איינגעפאלן; און אין דער ערדציטערניש זענען אומגעקומען זיבן טויזנט מענטשן; און די איבריקע זענען פול געווארן מיט מורא, און האבן אפגעגעבן כבוד צום ג‑ט פון הימל.
איך עצה דיר צו קויפן ביי מיר גאלד, וואס איז געלייטערט געווארן אין פייער, כדי דו זאלסט ווערן רייך; און ווייסע קליידער, כדי דו זאלסט דיך אנטאן, און די חרפה פון דיין נאקעטקייט זאל זיך נישט אנטפלעקן; און אויגנזאלב, צו זאלבן דיינע אויגן, כדי דו זאלסט זען.