19 וועלכע איך האב ליב, די שטראף איך און ציכטיק; זיי זשע אייפערדיק און טו תשובה.
דעמאלט האבן זיך יענע אלע יונגפרויען אויפגעכאפט, און האבן געברענגט אין ארדנונג זייערע לאמפן.
זיינע תלמידים האבן זיך דערמאנט, אז עס שטייט געשריבן: דער אייפער פון דיין הויז האט מיך פארצערט. (תהלים סט, י.)
ווערט נישט אפהענטיק אין פלייסיקייט, זייט אייפערדיק אינם גייסט; דינט דעם האר;
ווערן מיר אבער געמשפט פון דעם האר, ווערן מיר געציכטיקט, כדי מיר זאלן נישט פארמשפט ווערן צוזאמען מיט דער וועלט.
ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע;
ווארום זע, דאס ערנסטקייט לויט ה׳, וואס פאר א פלייס עס האט אויסגעווירקט אין אייך, צו דערצו התנצלות, צארן, יראה, באגער, אייפער, באשטראפונג! אין אלעם האט איר זיך ארויסגעוויזן ריין אין דער זאך.
עס איז אבער א גוטע זאך תמיד צו אייפערן צום גוטן, און נישט נאר בשעת מיין אנוועזנהייט ביי אייך.
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.
וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.
געדענק זשע פונוואנען דו ביסט אפגעפאלן, און טו תשובה, און טו דיינע ערשטע מעשים; און אויב נישט, וועל איך קומען און אוועקשטויסן דיין מנורה פון איר ארט, אויב דו וועסט נישט תשובה טאן.