איך זאג עדות צו יעדן איינעם, וועלכער הערט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר: ווען עמיצער וועט צולייגן צו זיי, וועט ה׳ ארויפלייגן אויף אים די מכות, וואס שטייען געשריבן אין דעם דאזיקן ספר;
און אויב עמיצער וועט אוועקנעמען פון די ווערטער פון דעם ספר פון דער דאזיקער נבואה, וועט ה׳ אוועקנעמען זיין חלק פון דעם בוים פון לעבן און פון דער הייליקער שטאט, דערפון וואס שטייט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר.