Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 22:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און ער האט מיר געוויזן א שטראם פון וואסער פון לעבן, קלאר ווי קריסטאל, וואס איז ארויסגעגאנגען פון ה׳ס כסא הכבוד און פון דעם לעמעלע,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 22:1
30 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אויב ה׳ איז פארהערלעכט אין אים, וועט ה׳ אים פארהערלעכן אין זיך אליין, און באלד וועט ער אים פארהערלעכן.


ווען אבער דער פרקליט וועט קומען, וועמען איך וועל שיקן צו אייך פון מיין פאטער, דעם גייסט פון אמת, וואס קומט ארויס פון דעם פאטער, וועט ער עדות זאגן וועגן מיר;


ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.


דעריבער, אזוי ווי ער איז דערהויבן געווארן צו ה׳ס רעכטער האנט און האט באקומען די הבטחה פונם פאטער וואס שייך דעם רוח הקודש, האט ער דאס אויסגעגאסן, וואס איר זעט איצט און הערט.


די אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכע ה׳ האט אים געגעבן, צו ווייזן צו זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אין גיכן; און ער האט געשיקט און עס צו וויסן געטאן דורך זיין מלאך צו זיין קנעכט יוחנן,


האבנדיק ה׳ס הערלעכקייט; איר ליכט איז געווען גלייך צום טייערן שטיין, ווי א יאספיס שטיין, לויטער קריסטאל;


און האט צו מיר געזאגט: עס איז געשען. איך בין דער אלף און דער תוו, דער אנהויב און דער סוף. איך וועל געבן דעם דורשטיקן אויס דעם קוואל פון וואסער פון לעבן אומזיסט.


און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, וואס זענען געווען אנגעפילט מיט די זיבן לעצטע מכות, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן די כלה, דעם לעמעלעס ווייב.


און דער גייסט און די כלה זאגן: קום! און זאל דער הערער זאגן: קום! און דער דורשטיקער זאל קומען; און ווער עס וויל זאל נעמען פונם וואסער פון לעבן אומזיסט.


און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק; און דער האר, דער ג‑ט פון די גייסטער פון די נביאים, האט געשיקט זיין מלאך, צו ווייזן זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אינגיכן—


ווער עס איז מנצח, דעם וועל איך געבן צו זיצן מיט מיר אויף מיין כסא הכבוד, ווי אויך איך האב מנצח געווען און מיך אנידערגעזעצט מיט מיין פאטער אויף זיין כסא הכבוד.


און יעדעס באשעפעניש, וואס איז אין הימל, און אויף דער ערד, און אונטער דער ערד, און אויפן ים, און וואס איז אין זיי, אלע האב איך געהערט זאגן: צו אים, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און צו דעם לעמעלע, זאל זיין די לויב און די ערע און דער כבוד און די הערשאפט לעלמי עולמים! (דניאל ז, יג-יד.)


און האב געזען אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און די פיר חיות, און אינמיטן פון די זקנים, א לעמעלע שטיין, ווי געשחטן, האבנדיק זיבן הערנער און זיבן אויגן, וועלכע זענען די זיבן גייסטער פון ג‑ט, געשיקט איבער דער גאנצער ערד.


ווייל דאס לעמעלע, וואס איז דארטן אינמיטן פון דעם כסא הכבוד, וועט זיי פאשען און פירן צו די קוואלן פון וואסער פון לעבן; און ה׳ וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן. (ישעיהו כה, ה.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ