Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 21:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 21:8
39 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און פארכט זיך נישט פאר די, וואס טייטן דעם גוף, אבער האבן נישט קיין קראפט צו טייטן די נשמה; אמער זאלט איר זיך פארכטן פאר דעם, וואס איז בכוח צו פארדארבן סיי די נשמה סיי דעם גוף אין גיהנום.


און ווייל איך האב מורא געהאט, בין איך געגאנגען און האב פארבארגן דיין טאלאנט אין דער ערד. אָט האסטו דאס דייניקע!


און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט.


איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר.


וואס זיין קומען איז לויט דער ווירקונג פון דעם שׂטן מיט פיל גבורה און פאלשע אותות און מופתים,


דורך דער צביעות פון ליגנער, וואס טראגן אין זייער אייגן געוויסן א צייכן אויסגעברענט ווי מיט א גליענדיק אייזן,


זיי זאגן, אז זיי קענען ה׳, פארלייקענען אים אבער מיט זייערע מעשים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפעניקע און וואס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים.


און צו יהושען/ישוען דעם פארמיטלער פונם נייעם בונד (ברית חדשה), און צום בלוט פון באשפריצן, וואס רעדט בעסערס ווי הבלס (בלוט).


די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.


ווער איז דער ליגנער, אויב נישט דער, וועלכער לייקנט אפ, אז יהושע/ישוע איז דער משיח? דער דאזיקער איז דער אנטי‑משיח, וועלכער פארלייקנט דעם פאטער און דעם זון.


יעדער איינער, וועלכער האסט דעם ברודער זיינעם, איז א רוצח; און איר ווייסט, אז קיין מענטשנמערדער דאס אייביקע לעבן בלייבט אין אים נישט.


ווער עס גלויבט אין דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט דאס עדות אין זיך אליין; ווער עס גלויבט נישט ה׳, דער האט אים געמאכט פאר א ליגנער, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם עדות, וואס ה׳ האט עדות געזאגט וועגן זיין זון.


וועט ער אויך טרינקען פון ה׳ס צארנוויין, וואס איז אנגעגאסן נישט אויסגעמישט אין דעם בעכער פון זיין צארן, און געפייניקט ווערן אין פייער און שוועבל פאר די הייליקע מלאכים און פאר דעם לעמעלע;


און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל;


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דער, וואס איז מנצח, וועט בשום אופן נישט ליידן פון צווייטן טויט.


איך קען דיינע מעשים, און דיין מי און סבלנות, און אז דו קענסט נישט דערטראגן די רשעים, און האסט אויסגעפרואווט די, וועלכע רופן זיך שליחים און זענען עס נישט, און האסט זיי אויסגעפונען פאר ליגנער;


און עס וועט בשום אופן אין איר נישט אריינגיין קיין שום טמא זאך, און ווער עס טוט אומווירדיקייט און שקר; נאר די, וואס זענען איינגעשריבן אין דעם לעמעלעס ספר החיים.


אינדרויסן זענען די כלבים און די מכשפים און די זונים און די רוצחים און די געצנדינער, און יעדער איינער, וועלכער האט ליב און איז עוסק אין שקר.


און אזוי אָ האב איך געזען אין דעם חיזיון די פערד, און די, וואס זענען געזעסן אויף זיי, האבן געהאט ברוסט שילדן פייער רויטע און תכלת‑בלא און שוועבל געלבען; און די קעפ פון די פערד זענען געווען ווי קעפ פון לייבן, און אויס זייערע מיילער גייט ארויס פייער און רויך און שוועבל.


און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע רציחות, נישט פון זייערע כשופים, נישט פון זייער זנות, נישט פון זייערע גנבות.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ