6 און האט צו מיר געזאגט: עס איז געשען. איך בין דער אלף און דער תוו, דער אנהויב און דער סוף. איך וועל געבן דעם דורשטיקן אויס דעם קוואל פון וואסער פון לעבן אומזיסט.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: אויב דו וואלסט געקענט די מתנה פון ה׳, און ווער דער איז, וואס זאגט צו דיר: גיב מיר צו טרינקען, וואלסטו אים געבעטן, און ער וואלט דיר געגעבן לעבעדיק וואסער.
זאגט די פרוי צו אים: האר, דו האסט נישט מיט וואס אנצושעפן, און דער ברונעם איז טיף; פונוואנען זשע האסטו דאס לעבעדיקע וואסער?
ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.
און ווערן גערעכטפערטיקט פריי דורך זיין חסד דורך דער אויסלייזונג פונם משיח יהושע/ישוע;
ער (ה׳), וואס האט נישט געשפארט זיין אייגענעם זון, נאר אים געגעבן פאר אונדז אלעמען, וויאזוי זשע וועט ער נישט מיט אים אונדז אלץ געבן פריי?
און מיר האבן נישט באקומען דעם גייסט פון דער וועלט, נאר דעם גייסט, וואס איז פון ה׳; כדי מיר זאלן וויסן, וואס עס איז אונדז געשענקט געווארן פון ה׳.
אויב אבער עמיצער בויט אויף דעם דאזיקן יסוד גאלד, זילבער, טייערע שטיינער, האלץ, היי, שטרוי,
זאל זיך דערפאר קיינער נישט בארימען מיט מענטשן. ווארום אלץ איז אייערס,
וואס איז דען אפאלאס? און וואס פוילוס? נאר משרתים, דורך וועלכע איר האט געגלויבט; און יעדער איינער, ווי דער האר האט אים געגעבן.
אזוי צו זאגן: וואס דו זעסט, דאס שרייב אין א ספר און שיק עס צו די זיבן קהלות: קיין עפעזוס און קיין סמירנא און קיין פערגאמוס און קיין טיאטירא און קיין סארדעס און קיין פילאדעלפיא און קיין לאאדיצעא.
און ווען איך האב אים געזען, בין איך אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, ווי א מת. און ער האט געלייגט זיין רעכטע האנט אויף מיר, און געזאגט: האב נישט קיין מורא; איך בין דער ערשטער און דער לעצטער,
איך בין אלף און תוו, זאגט דער האר ג‑ט, וועלכער איז און איז געווען און קומט, דער אלמעכטיקער.
און געשוואוירן ביי דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, וועלכער האט באשאפן דעם הימל און וואס עס געפינט זיך דערין, און די ערד און וואס עס איז אויף איר, און דעם ים און וואס עס געפינט זיך אין אים, אז עס וועט מער נישט זיין קיין צייט;
און דער זיבעטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אין דער לופטן; און עס איז ארויסגעקומען א הויך קול אויס דעם היכל, פון דעם כסא הכבוד, זאגנדיק: עס איז געשען!
איך בין דער אלף און דער תוו, דער ערשטער און דער לעצטער, דער אנהויב און דער סוף.
און דער גייסט און די כלה זאגן: קום! און זאל דער הערער זאגן: קום! און דער דורשטיקער זאל קומען; און ווער עס וויל זאל נעמען פונם וואסער פון לעבן אומזיסט.
און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין לאאדיצעא שרייב: דאס זאגט דער אמן, דער באגלויבטער און ווארהאפטיקער עדות, דער אנהויב פון ה׳ס באשאפונג:
ווייל דאס לעמעלע, וואס איז דארטן אינמיטן פון דעם כסא הכבוד, וועט זיי פאשען און פירן צו די קוואלן פון וואסער פון לעבן; און ה׳ וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן. (ישעיהו כה, ה.)