15 און דער, וואס האט מיט מיר גערעדט, האט געהאט א מאסשטאב, א גאלדענעם שטעקן, כדי צו מעסטן די שטאט און אירע טויערן און איר מויער.
האבנדיק א גרויסע און הויכע מויער, מיט צוועלף טויערן, און אויף די טויערן צוועלף מלאכים; און נעמען זענען געווען אויפגעשריבן, וואס זענען די נעמען פון די צוועלף שבטים פון די קינדער ישראל;
און די שטאט ליגט פירעקיק, און איר לענג איז אזויפיל ווי איר ברייט; און ער האט געמאסטן די שטאט מיט דעם שטעקן, צוועלף טויזנט סטאדיען; איר לענג און ברייט און הויך זענען גלייך.
און די צוועלף טויערן זענען צוועלף פערל, איטלעכעס איינע טויער איז געווען פון איין פערל; און די גאס פון דער שטאט לויטער גאלד, ווי דורכזיכטיק גלאז.
און אירע טויערן וועלן נישט פארשלאסן ווערן בייטאג; ווארום עס וועט דארטן נישט זיין קיין נאכט;