14 און די מויער פון דער שטאט האט צוועלף פונדאמענטן, און אויף זיי זענען די צוועלף נעמען פון די צוועלף שליחים פון דעם לעמעלע.
און איך זאג דיר אויך: דו ביסט פעטרוס, און אויף דעם דאזיקן פעלדזן וועל איך בויען מיין קהלה; און די טויערן פון שאול תחתית וועלן זי נישט בייקומען.
און האבן געווארפן גורל פאר זיי, און דאס גורל איז אויסגעפאלן אויף מתיה; און ער איז צוגערעכנט געווארן צו די עלף שליחים.
און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;
אויפגעבויט אויף דעם יסוד פון שליחים און נביאים, בשעת משיח יהושע/ישוע אליין איז דער ווינקלשטיין;
וואס איז אין אנדערע דורות נישט נתגלה געווארן צו די מענטשנקינדער ווי עס איז איצט אנטפלעקט צו זיינע הייליקע, שליחים און נביאים אינם גייסט,
און האט געגעבן אייניקע פאר שליחים, און אייניקע פאר נביאים, און אייניקע פאר מבשרים, און אייניקע פאר פאסטוכער און מלמדים;
ווארום ער האט געהאפט אויף דער שטאט, וואס האט פעסטע יסודות, וועמעס ארכיטעקט און בוימייסטער איז ה׳.
איר אבער, געליבטע, געדענקט די ווערטער, וואס זענען פארויסגעזאגט געווארן פון די שליחים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח;
פריי דיך איבער איר, אָ הימל, און די קדושים, און די שליחים, און די נביאים; ווייל ה׳ האט געמשפט אייער משפט אויף איר.
פון מזרח זייט דריי טויערן, און פון צפון זייט דריי טויערן, און פון דרום זייט דריי טויערן, און פון מערב זייט דריי טויערן.