11 האבנדיק ה׳ס הערלעכקייט; איר ליכט איז געווען גלייך צום טייערן שטיין, ווי א יאספיס שטיין, לויטער קריסטאל;
און דער היכל האט זיך אנגעפילט מיט רויך פון דער הערלעכקייט פון ה׳ און פון זיין קראפט; און קיינער האט נישט געקענט אריינגיין אין דעם היכל אריין, ביז עס וועלן פארענדיקט ווערן די זיבן פלאג פון די זיבן מלאכים.
און ער האט מיר געוויזן א שטראם פון וואסער פון לעבן, קלאר ווי קריסטאל, וואס איז ארויסגעגאנגען פון ה׳ס כסא הכבוד און פון דעם לעמעלע,
און קיין נאכט וועט מער נישט זיין; און מען דארף נישט דאס ליכט פון קיין לייכטער, נישט דאס ליכט פון דער זון; ווייל ג‑ט דער האר וועט לויכטן איבער זיי; און זיי וועלן קעניגן לעלמי עולמים.
און דער זיצנדיקער איז געווען ענלעך אינם אויסזען צו א יאספיס שטיין און צו א רובין; און א רעגנבויגן איז געווען ארום און ארום דעם כסא הכבוד, און די מראה דערפון איז געווען ענלעך צו א שמאראק. (יחזקאל א, כו-כח.)
און פאר דעם כסא הכבוד, אזויווי א גלעזערנער ים, גלייך צו קריסטאל; און אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און ארום און ארום דעם כסא הכבוד פיר חיות, פול מיט אויגן פון פארנט און פון הינטן.