10 און האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אויף א גרויסן און הויכן בארג, און מיר געוויזן די הייליקע שטאט ירושלים, אראפנידערן אויס דעם הימל פון ה׳,
און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן פונם וואסער, האט דער גייסט פון דעם האר פארטראגן פיליפוסן, און דער סריס האט אים שוין מער נישט געזען, און א פריילעכער איז ער זיך געפארן אויף זיין וועג.
אבער דאס ירושלים של מעלה איז פריי, דאס איז אונדזער מוטער.
איך בין געווען אינם גייסט אין דעם טאג פון דעם האר, און האב געהערט הינטער מיר א הויך קול, ווי פון א שופר,
און דעם חצר אין דרויסן פונם היכל זאלסטו אויסלאזן, און אים נישט מעסטן, ווייל ער איז געגעבן געווארן צו די אומות (העולם); און די הייליקע שטאט וועלן זיי צעטרעטן צוויי און פערציק חדשים לאנג.
און ער האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אין א מדבר אריין; און איך האב געזען א פרוי זיצן אויף א שארלאך רויטער חיה, פול מיט נעמען פון לעסטערונג, און מיט זיבן קעפ און צען הערנער.
און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן.
דעם, וואס איז מנצח, וועל איך מאכן פאר א זייל אין דעם היכל פון מיין ג‑ט, און ער וועט מער נישט ארויסגיין (פון דארטן); און איך וועל אויפשרייבן אויף אים דעם נאמען פון מיין ג‑ט, און דעם נאמען פון דער שטאט פון מיין ג‑ט, דאס נייע ירושלים, וואס נידערט אראפ פון הימל פון מיין ג‑ט, און מיין נייעם נאמען.
גלייך בין איך געווען אינם גייסט; און זע, א כסא הכבוד איז געשטאנען אין הימל און אויף דעם כסא הכבוד איז איינער געזעסן;