Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 20:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 און וועט ארויסגיין צו פארפירן די פעלקער אין די פיר עקן פון דער ערד, גוג און מגוג, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה; זייער צאל איז ווי די צאל פון דעם זאמד ביים ים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 20:8
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אלס פועל יוצא זענען אויך פון איינעם, שוין כמעט א טויטן, געבוירן געווארן אזוי פיל, ווי די מאסע שטערן פון הימל און ווי דאס זאמד ביים ברעג ים—נישט צום איבערציילן. (בראשית כב, יז.)


און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.


ווארום זיי זענען טייוולאנישע גייסטער, וועלכע טאן אותות (ומופתים); און גייען צו די מלכים פון דער גאנצער באוואוינטער וועלט, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה פון דעם גרויסן טאג פון ה׳, דעם אלמעכטיקן—


און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.


און אריינגעווארפן אין תהום אריין, און אים פארשלאסן און פארחתמעט פון אויבן, כדי ער זאל מער נישט פארפירן די פעלקער, ביז די טויזנט יאר וועלן זיך ענדיקן; דערנאך מוז ער לויז ווערן אויף א קורצער צייט.


נאך דעם האב איך געזען פיר מלאכים שטיין אויף די פיר עקן פון דער ערד, האלטנדיק די פיר ווינטן פון דער ערד, כדי אויף דער ערד זאל נישט בלאזן קיין ווינט, נישט אויפן ים, נישט אויף קיין שום בוים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ