5 די איבריקע מתים זענען נישט לעבעדיק געווארן ביז די טויזנט יאר האבן זיך געענדיקט. דאס איז דאס ערשטע תחית המתים.
און דו וועסט זיין געבענטשט; ווייל זיי האבן נישט וואס דיר צו פארגעלטן; ווארום עס וועט דיר פארגעלטן ווערן אין דער אויפשטיין תחית המתים פון די צדיקים.
ווארום אויב זייער פארווארפן ווערן איז די (סיבה פון) איבערבעטונג פאר דער וועלט, וואס וועט שוין זיין זייער אויפגענומען ווערן, אויב נישט לעבן פון די טויטע?
אפשר וועט זיך ווי עס איז דערגרייכן צו תחית המתים.
ווייל דער האר אליין וועט אראפנידערן פון הימל, מיט א שאלן, מיט דעם קול פון דעם שר המלאכים, און מיט דעם שופר פון ה׳; און די טויטע אינם משיח וועלן אויפשטיין קודם כל;
און נאך דריי און א האלבן טאג איז אריינגעגאנגען אין זיי א גייסט פון לעבן פון ה׳, און זיי האבן זיך געשטעלט אויף זייערע פיס; און א גרויסע מורא איז געפאלן אויף די, וואס האבן זיי געזען.
און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.)