Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 20:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און ער האט געכאפט די שלאנג, דעם נחש הקדמוני, וואס איז דער טייוול (אליין) און דער שׂטן, און אים געבונדן אויף טויזנט יאר,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 20:2
31 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און יעדער איינער, וואס האט פארלאזט הייזער אדער ברידער אדער שוועסטער אדער פאטער אדער מוטער אדער קינדער אדער פעלדער צוליב מיין נאמען, וועט א סך מאל מער באקומען, און ירשענען דאס אייביקע לעבן.


און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט?


און דאס זענען די ביים וועג, וואו דאס ווארט איז געזייעט געווארן; און ווען זיי האבן עס געהערט, קומט גלייך דער שׂטן, און נעמט אוועק דאס ווארט, וואס איז געזייעט געווארן אין זיי.


און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן!


איצט איז דאס משפט פון דער דאזיקער וועלט; איצט וועט דער שר פון דער דאזיקער וועלט ארויסגעווארפן ווערן אינדרויסן.


און וועגן משפט, ווייל דער שר פון דער דאזיקער וועלט איז געמשפט געווארן.


און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען.


דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן,


זייט ניכטער, זייט וואכזאם; אייער שונא, דער שׂטן, גייט ארום ווי א ברומענדיקער לייב, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען;


ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט;


און מלאכים, וועלכע האבן נישט אפגעהיטן זייער ממשלה, נאר פארלאזט זייער וואוינונג, האט ער אויפבאווארט אונטער דער פינצטערניש מיט אייביקע קייטן צום משפט אין דעם גרויסן טאג.


און ווען די שלאנג האט געזען, אז זי איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, האט זי פארפאלגט די פרוי, וועלכע האט געבוירן דעם זכר.


און די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל הינטער דער פרוי וואסער, ווי א שטראם, כדי זי זאל מיטגעריסן ווערן פון דעם שטראם.


און די שלאנג איז געווארן צארנדיק אויף דער פרוי, און איז אוועק מלחמה האלטן מיט די איבריקע פון איר זאמען, וואס היטן אפ ה׳ס געבאטן און האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען.


און אן אנדערער צייכן האט זיך באוויזן אין הימל; און אָט א גרויסע שלאנג, פייער רויט, מיט זיבן קעפ און צען הערנער, און אויף די קעפ אירע זיבן דיאדעמען.


און איר וויידל ציט אראפ א דריט חלק פון די שטערן פון הימל, און האט זיי געשליידערט אויף דער ערד; און די שלאנג האט זיך געשטעלט פאר דער פרוי, וועלכע האט געהאלטן ביים געבוירן, כדי ווען זי וועט האבן איר קינד, זאל זי (די שלאנג) עס איינשלינגען.


און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.


און די חיה, וואס איך האב געזען, איז געווען ענלעך צו א לעמפערט, און אירע פיס, ווי פון א בער, און איר מויל, ווי דאס מויל פון א לייב; און די שלאנג האט איר געגעבן איר גבורה און איר טראן און גרויסע ממשלה.


און מען האט זיך געבוקט צו דער שלאנג, ווייל זי האט געגעבן די ממשלה צו דער חיה; אויך האט מען זיך געבוקט צו דער חיה, אזוי צו זאגן: ווער איז גלייך צו דער חיה? און ווער קען מלחמה האלטן מיט איר?


און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.


וועט דער שׂטן ארויסגעלאזט ווערן פון זיין געפענקעניש,


זיי האבן איבער זיך א מלך, דעם מלאך פונם תהום; אויף לשון קודש הייסט ער אבדון, און אויף גריכיש האט ער דעם נאמען אפאליאן (פארדארבער).


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ