Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




די אנטפלעקונג 20:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און דער ים האט אפגעגעבן די טויטע, וואס האבן זיך געפונען אין אים; און דער טויט און דאס שאול תחתית האבן אפגעגעבן די מתים, וואס זענען געווען אין זיי; און יעדער איינער איז געמשפט געווארן לויט זיינע מעשים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




די אנטפלעקונג 20:13
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און דו, כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהייבט? ביז צו שאול תחתית וועסטו אראפנידערן. ווייל אויב אין סדום וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין דיר, וואלט זי שטיין געבליבן ביז צום היינטיקן טאג!


מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.


דער לעצטער שונא אפגעשאפט צו ווערן, איז דער טויט.


און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית.


און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים.


און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים.


און דער טויט און דאס שאול תחתית זענען אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער. דאס איז דער צווייטער טויט—דער טייך פון פייער.


און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.


און האב געזען, און אָט א בלייך גרין פערד; און דער, וואס איז געזעסן דערויף, זיין נאמען איז דער טויט; און דאס שאול תחתית איז אים נאכגעגאנגען. און עס איז זיי געגעבן געווארן רשות איבער א פערט חלק פון דער ערד, צו טייטן מיט דער שווערד, און מיט הונגער, און מיט דעם טויט (מגפה), און דורך די ווילדע חיות פון דער ערד.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ